The Edward Blank YIVO Vilna Online Collections
GO TO YIVO INSTITUTE HOME
LANGUAGE OPTIONS:   English    |   ייִדיש

עסן רעכט און לינקס

Monday Jun 29, 2020 4:30pm

"װעגעטאַריער דאַרפֿן אויך זײַן ליבעראַל" האָט געמאָלדן אַ רעדאַקציע־אַרטיקל אין דער טאָג דעם 17טן מײַ, 1916, אַרויסזאָגן זיך קלאָר קעגן דעם באַגריף דאָס װעגעטאַריער און דער װעגעטאַריזם אַלײן  האָבן אַלעמאָל די מאָראַלישע אײבערהאַנט.  ייִדישע צײַטונגען, װאָס זענען פּאָליטיש געװען אַזוי פּראָגרעסיװ און עקאָנאָמיש אַזוי ראַדיקאַל, זענען געװאָרן אין גאַנצן רעאַקציאָנאַריש װען די רײד גײט װעגן עסן.  חידושים אַזוי װי װעגעטאַריזם, עסן אין כינעזער רעסטאָראַנען, און קויפֿן װילד־פֿרעמדע פּראָדוקטן װי מײַאָנעז, שטעלן, לויט זײ, אין סכּנה ייִדישע טראַדיציעס און דעם ייִדישן פֿאָלק אַלײן.

 ייִדישע שרײַבער, דענקער, און רעדאַקטאָרן, סײַ די װאָס האָבן דעם װעגעטאַריזם מקבל־באהבֿה געװען, סײַ די װאָס האָבן זיך פֿון אים אין גאַנצן אָפּגעזאָגט, האָבן זיך אַלײן געהאַלטן פֿאַר "ליבעראַל" אַון האָבן פֿאַרשטאַנען אַז זײער גלויבן פֿאַרמאָגט די ליבעראַלע מעלות פֿון ברײטהאַרציקעײַט און גרויסמוטיקײט.  צו די קעגנערס, צו די מתנגדים, האָבן זײ צוגעשריבן די מידות פֿון קאָנסערװאַטיזם. פֿאַרשטײט זיך אַז אין יענע יאָרן איז "די פּראָהיביציע" פֿון אַלקאָהאָל געװען אַ הײס־געטענהטער ענין, און פֿאַר פֿיל ליבעראַלן, האָט װעגעטאַריזם געשמעקט מיט פּרעסקריפּטיװיזם.  בײדע צדדים האָבן מסכּים געװען אַז דאָס ייִדישע עסן און די ייִדישע פּאָליטיק זענען שטאַרק געקניפּט און געבונדן.

דער רעפֿעראַט װעט באַטראַכטן טשיקאַװע טעקסטן און אימאַזשן דורכצוקלערן װאָסערע מידות ייִדישע שרײַבער אין אײראָפּע, אַמעריקע, און פּאַלעסטינע האָבן געהאַלטן פֿאַר ליבעראַל און װי מען   קען אונטערהאַלטן די־אָ מידות דורכן עסן.  מיר װעלן באַטראַכטן אויך די ראָלע װאָס קאָכן, עסן, און װעגעטאַריזם האָבן געשפּילט מכּח פֿרויען־עמאַנציפּאַציע.  דרײַ מחברטעס פֿון ייִדישע װעגעטאַרישע קאָכביכער זענען געװען פֿרויען, און פֿרויען זענען געװען צװישן די איבערגעגעבנסטע חסידים פֿון װעגעטאַריזם.  ייִדישע זשורנאַליסטן, אָבער, האָבן זײ גערעכנט נישט װי קעמפֿערס און פֿאַרטײדיקערס פֿון װעגעטאַריזם, נאָר װי נעבעכדיקע מיטגעשלעפּטע.