The Edward Blank YIVO Vilna Online Collections
GO TO YIVO INSTITUTE HOME
LANGUAGE OPTIONS:   English    |   ייִדיש

וווּ איז די הויפּטשטאָט פֿון „ייִדישלאַנד“?

Monday Jul 6, 2020 4:30pm

ייִדישיסטן האָבן פֿאַרשטאַנען ייִדיש ווי אַ וועלטשפּראַך און די ייִדיש־וועלטלעכע קולטור ווי אַ וועלטקולטור וואָס איר צענטער ליגט אין מזרח־אייראָפּע. נאָר וווּ איז די הויפּטשאָט פֿון „ייִדישלאַנד“? נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה זענען אַרויסגעטראָטן ווי די פֿירנדיקע קאַנדידאַטן אין פֿאַרמעסט די ליטווישע ווילנע –דער זיצאָרט פֿונעם ייִוואָ – און די פּוילישע וואַרשע – די מעטראָפּאָליע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער פּרעסע, ליטעראַטור און טעאַטער. יעדע שטאָט האָט געהאַט אירע „חסידים“ און „מתנגדים“ וואָס האָבן געלויבט מעלות און געפּסלט חסרונות אין צענדליקער אַרטיקלען אין דער ייִדישער פּרעסע. זייערע  אָפּשאַצונגען שפּיגלען אָפּ לאָקאַלן פּאַטריאָטיזם, פּערזענלעכע רײַבונגען און אידעאָלאָגישע קאָנפֿליקטן. נאָר וואָס לאָזט אונדז הערן די קאָנקורענץ איבער דער מערכה פֿון ייִדיש בכלל און וועגן ייִדישיסטישע האָפֿענונגען און שרעקן פֿאַר דער צוקונפֿט פֿון ייִדיש?