The Edward Blank YIVO Vilna Online Collections
GO TO YIVO INSTITUTE HOME
LANGUAGE OPTIONS:   English    |   ייִדיש
Tuesday Jul 12, 2022 2:00pm

אַהרן צייטלינס טעאַטער

דרײַסיק יאָר איז אַלט געווען אַהרן צייטלין (1898–1973) ווען ער האָט גענומען שרײַבן טעאַטער־פּיעסעס. ביז דעמאָלט האָט ער בעיקר געשאַפֿן לידער און פּאָעמעס, מערסטנס אונטערן צייכן פֿון קבלה. דורך טעאַטער האָט ער געזוכט צו ווירקן מיט זײַנע מיסטישע טעמעס אויף אַ ברייטערן עולם. פֿון 1928 ביז 1938 האָט ער אָנגעשריבן אין וואַרשע אַ צענדליק ווערק : דראַמעס, קאָמעדיעס, גראָטעסק־שפּילן. אין די דאָזיקע ווערק ווערן די אַבסטראַקטע אידעען אָנגעטאָן אין קאָנקרעטע היסטאָרישע אָדער מיטצײַטיקע אומשטאַנדן.

„דזשייקאָב דזשייקאָבסאָן“, אַ „גראָטעסקשפּיל אין 4 אַקטן“ (1931), שילדערט אַן אויספֿאַנטאַזירטע צווייטע וועלט־מלחמה אין וועלכער די גאַנצע וועלט ווערט חרובֿ. אין קעגנטייל צום מאַטעריאַליסטישן באַנעם פֿון יענער צײַט, ווען מע האָט געגלייבט אַז דער נאַטירלעכער גאַנג פֿון דער געשיכטע מוז געבוירן אַ וועלט פֿון גערעכטיקייט, ווײַזט די פּיעסע אַז וווּ ס׳איז נישטאָ קיין גײַסטיקייט, איז די טרײַבקראַפֿט פֿון דער געשיכטע דווקא אומזיניקע מאָרדלוסט, און אַז ייִדן זענען אין אַזאַ וועלט איבעריק.