The Edward Blank YIVO Vilna Online Collections
GO TO YIVO INSTITUTE HOME
LANGUAGE OPTIONS:   English    |   ייִדיש
Thursday Jul 26, 2018 7:00pm

יאָני פֿײַן איז פֿון די זעלטענע יחידים וואָס זײַן לעבנס־געשיכטע שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ קאַפּיטל ייִדישע געשיכטע. אַ געבוירענער אין קאַמענעץ־פּאָדאָלסק, איז ער אין 1924, צו 10 יאָר, פֿון דאָרטן. אַוועק ווען דער טאַטע, אַ מענשעוויק, האָט געפֿירט די משפּחה צו ערשט קיין וואַרשע און דערנאָך קיין ווילנע כּדי צו אַנטלויפֿן פֿון מלחמה און פּאָליטישער אומרו. זינט דער יוגנט האָט פֿײַן זיך אויסגעדריקט סײַ אין קונסט סײַ אין שרײַבן. ביידע אַליין-פּאָרטרעט - יאָני פֿײַן פֿאָרמען קאָנצענטרירן זיך אויף דער פּײַן און אומיושר פֿונעם צוואַנציקסטן יאָרהונדערט און וואַקסן אַרויס פֿון זײַנע טיפֿע פּערזענלעכע איבערצײַגונגען. צו 16 יאָר איז ער אַרײַן אין בונד און שפּעטער, וווינענדיק אין וואַרשע, האָט ער געאַרבעט פֿאַרן בונד בײַם בויען אַ קעגנשטעל קעגן די דײַטשן און פּוילישע פֿאַשיסטן.

בשעת דער מלחמה האָט פֿײַן געפֿונען אַ מקום־מיקלט אין קאָבע, יאַפּאַן און דערנאָך אין שאַנכײַ, כינע אויף זעקס יאָר. דאָרטן האָט ער געמאָלן און געשריבן פּאָעזיע. זײַן ערשטער באַנד, אַ תּליה אונטער די שטערן, איז אַרויס ערשט שפּעטער אין 1947, אין מעקסיקע, נישט לאַנג נאָך דעם ווי ער  האָט דאָרטן עמיגרירט. אין מעקסיקע איז פֿײַן געוואָרן אַ לערער פֿון דער ייִדישער ליטעאַטור אין די אָרטיקע ייִדישע שולן. גלײַכצײַטיק האָט ער צוגעצויגן דעם אויפֿמערק פֿונעם באַרימטן קינסטלער דיעגאָ ריוועראַ וואָס האָט אַראַנזשירט אַן אויסשטעלונג פֿון זײַנע בילדער אין דעם פּרעסטיזשפֿולן פּאַלאַציאָ דע בעיאַס אַרטעס. פֿײַנס וואַנטגעמעל געווידמעט די קרבנות פֿונעם חורבן הענגט עד־היום אין דעם פּאַנטעאָן איזרעאַליטאַ אין דער שטאָט מעקסיקע.

אין 1953 האָט פֿײַן זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק און איז געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר פֿון קונסט אין האָפֿסטראַ אוניווערסיטיט. אין ניו־יאָרק האָט ער אויך דערגרייכט גרויס חשיבֿות ווי אַ ייִדישער שרײַבער. אין 1983 האָט ער אַרויסגעגעבן אַ באַנד לידער, גוטע אורחים, און גאָר לעצטנס, אין 2008, איז אַרויס אַ נײַער באַנד לידער, דער פֿינפֿטער זמן. אַ זאַמלונג דערציילונגען, ניו־יאָרקער אַדרעסן, איז אַרויס אין 1995. פֿײַנס פּאָעזיע און פּראָזע האָבן זיך געדרוקט אין די וויכטיקסטע ייִדישע זשורנאַלן ווי די גאָלדענע קייט, אונדזער צײַט און די צוקונפֿט, פֿון וועלכן ער איז יאָרן לאַנג געווען רעדאַקטאָר.

דער פֿינפֿטער זמן
ניו־יאָרקער אַדרעסן